מעטראפאליטאנע פראנקרייך האט די פארעם פון א העקסאגאן און זיין שטח איז 547,030 ק"מ2. עס האט פארשינדענע לאנדשאפטן, פון די פלוינען אין דעם געגנט פון די בארטן ביז די בארגקייטן פון די אלפן אין דרום־מזרח און די פירענעען אין דרום־מערב.
דער העכסטער פונקט אינעם אייראפעישן פארבאנד, מאן בלאנק, געפינט זיך אויפן גרענעץ צווישן פראנקרייך און איטאליע.
סביבה
פראנקרייך איז געווען דאס ערשטע לאנד וואס האט אויפגעשטעלט א מיניסטעריום פאר דער סביבה, אין 1971.
אין 1974 האט די רעגירונג פון פראנקרייך באשלאסן צו אינוועסטירן אין קערנדיקער קראפט צוליב די הויכע אויל פרייזן, און היינט דאס דעקט 78% פונעם לאנדס פראדוקציע פון עלעקטריע. אלס רעזולטאט איז דער סביבה ווייניגער פארפעסטיקט ווי אנדערע לענדער.
28% פון דעם לאנד איז באדעקט מיט וועלדער. די וועלדער האבן מער ווי 140 פארשידענע מינים פון ביימער. פראנקרייך האט 9 נאציאנאלע פארקן און 46 נאטירלעכע פארקן.
פראנקרייך האט די צווייטע גרעסטע נעץ פון דיפלאמאטישע מיסיעס אין דער וועלט, נאך די פאראייניגטע שטאטן.
מיליטער
די פראנצויזישע מיליטער האט א היסטאריע וואס גייט צוריק א לאנגע צייט און האט שטארק באאיינפלוסט די היסטאריע פון פראנקרייך. דער פרעזידענט פון דער פראנצויזישער רעפובליק איז דער הויפטקאמאנדאנט פון דער מיליטער. די צוועקן פון דער מיליטער זענען:
שיצן די טעריטאריע פון פראנקרייך אויף דער יבשה, ים און אין דער לופט
היטן גלאבאלע סטאבליטעט.
די פראנצויזישע מיליטער איז די גרעסטע אין אייראפע מיט (2006) 779,450 זעלנער, און איז די דריטע גרעסטע נוקלעארע מאכט אין דער וועלט (נאך די פאראייניקטע שטאטן און רוסלאנד.
עקאנאמיע
די עקאנאמיע פון פראנקרייך איז איינע פון די שטערקסטע עקאנאמיעס אין דער וועלט. פראנקרייך איז א מיטגליד אין דער גרופע פון 8 (G8) וואס ברענגט צוזאמען די אכט שטערקסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט. אין 2010 האט פראנקרייך געהאט די פינפטע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט, נאך די פאראייניגטע שטאטן, יאפאן, דייטשלאנד און דעם פאראייניגטן קעניגרייך.
פראנקרייך האט זיך איינגעשלאסן אין דער אייראזאנע צוזאמען מיט נאך 10 לענדער אינעם אייראפעישן פארבאנד און האט געביטן זיין טראדיציאנעלע וואלוטע, דער פראנצויזישער פראנק, מיטן איירא דעם 1טן יאנואר1999.
כאטש אנדערע מערבדיקע לענדער שאפן זייער ענערגיע פון קוילן, נאטירלעכער גאז, פראנקרייך ניצט ווייניג פון די רעסורסן, נאר האט אינוועסטירט אין קערנדיקער קראפט. אומגעפער 78 פראצענט (ריכטיק אין 2006) פון דער עלעקטריע וואס ווערט געשאפן אין פראנקרייך שטאמט פון קערנדיקער קראפט. צוליב דעם טוט פראנקרייך פראדוצירן ווייניקער קארבאן דיאקסייד ווי די אנדערע אכט מערסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט.
לויט דער וועלט האנדל ארגאניזאציע איז פראנקרייך געווען אין 2009 דער וועלטס זעקסטער גרעסטער עקספארטירער און דער פערטער גרעסטער אימפארטירער פון פאבריצירטע גוטער. אין 2008 האבן פראנצויזישע פירמעס אינוועסטירט $220 ביליאן אין פרעמדע לענדער, אזוי איז פראנקרייך דער צווייטער גרעסטער אויסערן־אינוועסטירער אין דער ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג, נאך די פאראייניגטע שטאטן (מיט $311.8 ביליאן). פראנקרייך האט 39 פון 500 גרעסטע פירמעס אין דער וועלט.
לאנדווירטשאפט
היסטאריש, איז פראנקרייך א וויכטיקער פראדוצירער פון לאנדווירטשאפט פראדוקטן. פראנקרייך איז דער גרעסטער לאנדווירטשאפט פראדוצירער און עקספארטירער אין אייראפע.
ארבעט מארק
פראנקרייך האט איינע פון די נידעריקסטע 15-64 יארן באשעפטיקונג ראטעס פון די OECD לענדער: אין 2004, זענען נאר 69% פון דער באפעלקערונג פון פראנקרייך צווישן 15-64 יארן געווען באשעפטיקט, אין פארגלייך מיט 80% אין יאפאן, 79% אינעם פאראייניגטן קעניגרייך, 77% אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, און 71% אין דייטשלאנד. אין פראנקרייך זענען זייער ווייניג פון דער באפעלקערונג פון 15-24 יארן ביי ארבעט, צוליב דעם וואס דאס מינימום לוין איז גאנץ הויך, וואס מאכט שווער פאר יונגע מענטשן אריינצוקומען אין דעם ארבעט מארק.
טוריזם
מיט 79.5 מיליאן טוריסטן אין 2011, ווערט פראנקרייך געראנגט דער ערשטער טוריסטן ציל אין דער וועלט, מער ווי די פאראייניגטע שטאטן (62.3 מיליאן אין 2011) און כינע (57.6 מיליאן אין 2011).
טראנספארט
די באן נעצווערק אין פראנקרייך איז לאנג 29,473 ק"מ (אין 2008), און איז די צווייטע לענגסטע אין מערב־אייראפע (נאך דייטשלאנד). די פראנקרייך באן פירמע אפערירט גיכבאן דינסטן ווי אייראסטאר, טהאליס און TGV.
פראנקרייך האט 475 פליפעלדער. נישט ווייט פון פאריז געפינט זיך דאס גרעסטע און מערסט באשעפטיקסטע פליפעלד אין גאנץ פראנקרייך, שארל דע גאל פליפעלד, וואס פארבינדט פאריז מיט כמעט אלע וויכטיקע שטעט אין דער וועלט.