שוועדן געפינט זיך אין צפון אייראפע, מערב פונעם באלטישן ים מיט א לאנגן בארטן, זייענדיק דער מזרח טייל פונעם סקאנדינאווישן האלבאינזל. צו מערב זענען די בערג וואס שיידן שוועדן פון נארוועגיע. פינלאנד געפינט צו צפון־מזרח. אין ים זענען דא גרענעצן מיט דייטשלאנד, דענמארק, ליטע, לעטלאנד, עסטלאנד, פוילן און רוסלאנד, און א בריק־טונעל אין דרום־מערב פארבינדעט שוועדן מיט דענמארק.
שוועדן, מיט א שטח פון 449,964 קוואדראט ק"מ, איז דאס 55סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט,[3] דאס 4טע גרעסטע אין אייראפע (אויסשליסנדיק אייראפעאישן רוסלאנד) או דאס גרעסטע אין צפון אייראפע. דער העכסטער פונקט איז קעבנעלקייסע, הויך 2,111 מעטער איבערן ים פלאך.
15% פון שוועדן ליגט צפון פונעם ארקטישן קרייז. בערך 65% פון דעם גאנצן שטח איז באדעקט מיט וועלדער. די גרעסטע אינזלען זענען גאטלאנד און עלאנד. די גרעסטע אזערע איז ווענערן, די דריטע גרעסטע אזערע אין גאנץ אייראפע.
דעמאגראפיע
די גרעסטע שטעט אין שוועדן זענגן שטאקהאלם (1,372,565 איינוואוינער), געטעבארג (549,839), מאלמא (280,415) און אופסאלא (140,454).