די מדינה איז אויף א האלבאינזל. די אפענינער בערג גייען די לענג פונעם לאנד.
מיט דער טריקעניש גרעניצט זיך אין די אלפן מיט דער שווייץ, פראנקרייך, עסטרייך, סלאוועניע, צו צפון זייט. פון די אנדערע זייטן איז זי ארום גענומען מיט פינעף וואסערן, דער אדריאטישער ים, דער יאנישער ים, דער טירענישער ים, דער ליגורישער ים און דער מיטלענדישער ים. אויך איז אין שטח פון איטאליע ווערט אויסגערעכנט בערך 70 אינזלען, צווישן זיי סיציליע און סארדיניע, ווי אויך פאנטעלעריע 60 ק"מ מזרח פונעם בארטן פון טוניסיע און 100ק"מ דרום־מערב פון סיציליע, און לאמפעדוסע, 113 ק"מ פון טוניסיע און 176 ק"מ פון סיציליע. צווישן די וואסערן פון איטאליע איז דער טיבער טייך, דער פא טייך, און דער טירענישער ים, לאגא גארדא, לאגא קאמא, לאגא מאדזשורע.
צווישן די אינטעראסאנטע זאכן אין איטאליע איז דער געבויגענער טורעם אין דער שטאט פיזע, א ריזן טורעם וואס שטייט שיף, ער זעט אויס יעדן מינוט ווי ער וויל זיך בייגן און פאלן. אויך געפינט זיך אין איטאליע די גרויסע וואולקאנען בערג וואס שפייען פון זיך טאג און נאכט קאכעדיגע פלאמען, מען זעט פון דערווייטענס רויך וואלקענעס פייער און שוועבל. צווישן די טעטיגע בערג איז דער עטנע בארג, און דער וועזואוו בארג. דער וואולקאן אין סטראמבאלי. אויך איז דא אסאך שלאפעדיגע וואולקאנען, וואס קענען אין יעדע ליאדיע מינוט אויפרייסן. און דעריבער ווערט איטאליע אויך גערופן דאס וואולקאנען לאנד.
היסטאריע
דאס קעניגרייך פון איטאליע איז געשאפן געווארן אין 1861. אין 1922 בעניטא מוסאליני איז געווארן איר הערשער. אין 1940 איטאליע איז אריין אין דער צווייטער וועלט מלחמה מיט די דייטשן. אום 25סטן יולי 1943 האט מען אפגעזאגט מוסאליני פון זיין אמט, און איטאליע איז אריבער צו די אליאירטע קראפטן. אין 1946, נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, איז איטאליע געווארן א רעפובליק. איטאליע איז געווען א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד.
געאגראפיע
איטאליע איז א האלבאינזל, מיט א לאנד גרענעץ נאר אין דער צפון זייט. דער אלפן בארג־קייט צעשיידט צפון איטאליע פון פראנקרייך, דער שווייץ און עסטרייך.[1] אין די אלפן געפינט זיך מאן בלאנק, דער העכסטער בארג אין מערב אייראפע.[2] דער צווייטער וויכטיקער בארג־קייט איז די אפענינען (איטאליעניש: Appennini) אין צענטראלער און דרום איטאליע.
די הויפט פאליטישע פארטייען אין איטאליע זענען די פרייהייט מענטשן, די דעמאקראטישע פארטיי, די צפונדיקע ליגע און דער פאריין פון קריסטלעכע און צענטער דעמאקראטן.
איטאליע האט אן אנטוויקלטע מארק עקאנאמיע, ענלעך צו פראנקרייך און דעם פאראייניגטן קעניגרייך. זי איז די צענטע-גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט און די פערטע-גרעסטע אין אייראפע לויט קויפקראפט פאריטעט.
איטאליע איז געווען דער וועלטס 7טער גרעסטער עקספארטירער אין 2009.[4] איטאליע'ס נאענסטע האנדל פארבינדונגען זענען מיט אנדערע לענדער פונעם אייראפעישן פארבאנד, מיט וועמען זי האט 59% פון איר גארן האנדל. די גרעסטע האנדל שותפים זענען דייטשלאנד (12.9%), פראנקרייך (11.4%), און שפאניע (7.4%).[5] טוריזם איז איינער פון די גיכסטע וואקסנדע און רווחדיקע סעקטארן פון דער נאציאנאלער עקאנאמיע: מיט 43.6 מיליאן אינטעראנאציאנאלע טוריסטן אנקומער און סה"כ הכנסות געשאצט צו $38.8 ביליאן אין 2010, איז איטאליע סיי דאס פינפטע מערסט באזוכטע לאנד און דאס העכסטע טוריזם דינער אין דער וועלט.[6]
בכלל איז איטאליע גוט באקאנט פאר דער אידישער היסטאריע צוליב דעם וואס דארט איז די הויפט שטאט רוים, און די רוימער האבן אמאל געוועלטיגט איבער דער וועלט און האבן חרוב געמאכט דאס בית המקדש, און פארטריבן די אידן אין גלות.
פאר דער צווייטער וועלט מלחמה האבן געוואוינט איבער זיבעציג טויזנט אידן אין איטאליע, עס איז אינטערעסאנט אז אפילו איטאליע איז געווען פון דעם אקס, און א פולער שותף מיט נאצי דייטשלאנד, דאך האבן זיי נישט אנגענומען די נירנבערגער געזעצען, בכלל איז כמעט נישט געווען קיין ספעציעלער אנטיסימיטיזעם פונעם איטאליענישן פאלק פאר די אידן אין דער צייט פון דער צווייטער וועלט מלחמה. עס איז געווען צייטן וואס די דייטשען האבן איינגענומען אסאך חלקים פון איטאליע, און דעמאלטס האבן די דייטשען מיט זייערע שותפים די פאשיסטן פון איטאליע גע'הרג'ט אידן, עס ווערט געשאצט אז די דייטשען האבן געמארדעט לערך פופצן טויזנט אידן אין איטאליע ביי דער צווייטער וועלט קריג.
היינט געפינען זיך אומגעפער פופציג טויזנט אידן אין איטאליע.