פּאַריז (פראַנצויזיש: Parisפּאַרי) איז די הויפּטשטאָט פון פראַנקרײַך. זי איז די גרעסטע שטאָט אין אייראָפּע נאָך לאָנדאָן, און די 20סטע אין באַציאונג איבער דער גאָרער וועלט. די שטאָט פּאַריז, צווישן אירע אַלטע גרענעצן פון 1860, האַלט אַ שטח פון 105 קוואַדראַט ק"מ און אַ געשאַצטע באַפעלקערונג פון 2,193,031 (יאַנואַר 2007).
דער סיין טײַך פליסט אַדורך דעם עלטסטן טייל פון פּאַריז. אַרום פּאַריז געפינען זיך אַ סך וועלדער.
פּאַריז איז געגרינדעט געוואָרן אינעם 3טן יאָרהונדערט פאַר דער ציווילער רעכענונג דורך אַ קעלטישן פאָלק, די פּאַריזיאי, פון וועמען די שטאָט האָט גענומען איר נאָמען. אינעם 12טן יאָרהונדערט איז פּאַריז געווען די גרעסטע שטאָט אין דער מערב־וועלט, אַ בליענדיקער האַנדל־צענטער, און דער היים פונעם אוניווערסיטעט פון פּאַריז, איינער פון די ערשטע אוניווערסיטעטן אין אייראָפּע. אינעם 18טן יאָרהונדערט, איז פּאַריז געווען די הויפּט אָרט פון דער פראַנצויזישער רעוואָלוציע, און זינט דעמאָלסט איז פּאַריז אַ וויכטיקער צענטער פון פינאַנץ, האַנדל, מאָדע, וויסנשאַפט און די קונסטן, ווי אויך דער צענטער פון פּאָליטיק און פארקער.
דער פּאַריזער ראַיאָן האָט אַ ברוטאָ אינלענדישער פּראָדוקט פון €612 ביליאָן (גיליטיק 2012), וואָס איז מער ווי 30 פּראָצענט פונעם ברוטאָ אינלענדישן פּראָדוקט פון גאַנץ פראַנקרײַך, און אַזוי אַרום ווערט ראַנגירט פון די פינף רײַכסטע ראַיאָנען פון אייראָפּע. פּאַריז איז דער באַנקירן און פינאַנץ צענטער פון פראַנקרײַך, און דאָרט געפינען זיך די הויפּטקוואַרטירן פון 30 פירמעס אינעם פארטון גלאָבאַל 500.
אין פּאַריז געפינט זיך דער מערסט־באַזוכטער קונסט מוזיי אין דער וועלט, די לואוורע, ווי אויך אַנדערע מוזייען. ארכיטעקטורישע אָנדענקפּונקטן אין פּאַריז שליסן אײַן דעם נאָטרעדאַם דע פּאַריז קאַטעדראַל און דעם אײַפל טורעם. אין 2014 האָבן 22.4 מיליאָן טוריסטן באַזוכט פּאַריז, די שפּיץ פון אַלע טוריסטן צילן. פּאַריז איז אויך באַקאַנט פאַר מאָדע און רעסטאָראַנען. רוב פון די הויפּט אוניווערסיטעטן אין פראַנקרייך געפינען זיך אין פּאַריז, ווי אויך די צײַטונגען לע מאנד, לע פיגארא און ליבעראשיאן.
פּאַריז געפינט זיך אין צפון־צענטראַל פראַנקרײַך, 450 ק״מ דרום־מזרח פון לאָנדאָן, 287 ק״מ דרום פון קאלע, 306 ק״מ דרום־מערב פון בריסל, 774 ק״מ צפון פון מאַרסיי, 385 ק״מ צפון־מערב פון נאנט און 135 ק״מ צפון־מזרח פון רוען. פּאַריז ליגט אויפן סיין טײַך און שליסט אײַן אין זיך צוויי אינזלען.
אין דעם שטח פון דער שטאָט געפינען זיך עטלעכע בערגלעך, וואָס דאָס העכסטע פון זיי איז מאָנמארטרע, הויך 129 מעטער.
פּאַריז האָט אַ שטח פון 105.4 קוואַדראַט ק״מ. אין פאַרגלײַך איז ירושלים גרויס 125 קוואַדראַט ק״מ, ניו יאָרק 786 קוואַדראַט ק״מ, און גרויסלאָנדאָן 1587 קוואַדראַט ק״מ. דער גרעסטער דיסטאַנץ פון מזרח ביז מערב איז 18 ק״מ.
עקאָנאָמיע
דער פּאַריזער ראַיאָן איז פראַנקרִײַכס פּרעמיערער צענטער פון עקאָנאָמישער טעטיקײַט, מיט אַ ברוטאָ אינלענדישן פּראָדוקט אין 2012 פון €624 ביליאָן (US$687 ביליאָן). באַפעלקערונג האָט פּאַריז 18.8% פון גאַנץ מעטראליטאנעם פראַנקרײַך, אָבער ברוטאָ אינלענדישן פּראָדוקט האָט פּאַריז 30% פונעם גאַנצן לאַנד.
פּאַריז איז די צווייטע טײַערסטע שטאָט אין דער וועלט. די אַנדערע טײַערסטע שטעט אין אייראָפּע זענען אָסלאָ, ציריך, גענף און קאָפּנהאַגען.
באַשעפֿטיקונג
לויטן צענזוס פון 2011, איז 59.0 פּראָצענט פון דער אַרבעטסקראַפט אינעם פּאַריזער מעטראָפּאָליטאַנער שטח אין האַנדל, טראַנספּאָרטאַציע און מאַרק דינסטן; 26.8 פּראָצענט האָבן געאַרבעט אין בילדונג און אַנדערע קהלישע דינסטן; 8.6 פּראָצענט האָבן געאַרבעט אין פאַבריקאַציע, מינעריי און עפנטלעכע נוציקײַטן; 5.3 פּראָצענט האָבן געאַרבעט אין קאָנסטרוקציע; און 0.3 פּראָצענט האָבן געאַרבעט אין לאַנדווירטשאַפט.
אײנקונפֿטן
דער דורכשניטלעכער נעטאָ הויזגעזינד־אײַנקונפט (נאָך בײַשטײַערונגען פאַר געזונט און פּענסיע) אין פּאַריז איז געווען €36,085 אין 2011. ער האָט געגרייכט פון €22,095 אינעם 19טן אראנדיסמאנט צו €82,449 אינעם 7טן אראנדיסמאנט.
טוריזם
אין פּאַריז געפינען זיך אַ סך אָנקוק־ערטער וואָס אינטערעסירן טוריסטן. אַ טייל פון זיי זענען:
די שאמפס-עליזע איז אפשר די מערסט באַרימטע גאַס אין פּאַריז, און פון די מערסט בארימטע אין דער וועלט. זי איז פול מיט ערטער וואו אײַנצוקויפן און עסן. בײַ איין עק פון דער שאמפס־עליזע געפינט זיך דער ארק דע טריאמף.
פּאַריז פאַרמאָגט אַ סך עפנטלעכע ביבליאָטעקן. די מאזארין ביבליאָטעק אין פּאַריז, וואָס האָט זיך געעפנט אין 1643, איז די עלטסטע עפנטלעכע ביבליאָטעק אין גאַנץ פראַנקרײַך.