דער טיבער (לאטייניש: Tiberis, איטאליעניש: Tevere) איז דער דריט־לענגסטער טייך אין איטאליע. דער טייך הייבט זיך אן אין די אפענינען אין עמיליע-ראמאניא און פליסט מערסטנס דורך אומבריע און לאציא צום טירהענישן ים, צווישן אסטיא און פיומיטשינא.
די שטאט רוים איז געגרינדעט געווארן אויפן מזרח ברעג פונעם טיבער.
געאגראפיע
דער טייך טיבער איז לאנג 405 ק״מ, און האט א דרענאזש בעקן מיט א שטח פון בערך 17,375 קוואדראט ק״מ, קרוב צו 5% פון דער גאנצער טעריטאריע פונעם לאנד.[1]
ער איז דער דריט־לענגסטער טייך פון איטאליע, נאך די טייכן פא און אדיזשע.[2]
טייך
|
לענג (ק״מ)
|
וואסערשייד (ק״מ²)
|
Po
|
652
|
74,970
|
Adige
|
410
|
12,200
|
Tiber
|
405
|
17,375
|
גאלעריע
רעפערענצן
- ↑ Il Tevere (איטאליעניש). . Autoritá di Bacino del Fiume Tevere. דערגרייכט דעם 22סטן פעברואר 2017.
- ↑ Tevere (איטאליעניש). Treccani.it - Enciclopedie on line. דערגרייכט דעם 22סטן פעברואר 2017..
וועבלינקען