מען קאכט פארשיידענע מאכלים צוזאמען כדי אויסצומישן א פאר טעמים צוזאמען וואס מאכט געשמאקער די עסן.
באקן
באקן מיינט, אריינלייגן די עסנווארג אין א פארמאכטע אנגעהיצטע אויוון כדי צו פארברענען, אדער אַרט מאכן דעם מאכל. אין אלגעמיין באקט מען מעל געמישט מיט פארשיידענע עלעמענטן אויף צו מאכן ברויט, קיכל א.ד.ג.
כדי זאל די עסנווארג נישט שנעל פארברענט ווערן און כדי צו איבערלאזן פייכקייט אין דעם מאכל נאכן באקן, לייגט מען אריין אין דעם מאכל בוימל.
כדי זאל דער מאכל האבן א געשטעל און זאל נישט צאמפאלן, לייגט מען אריין אין איר אייער.
פרעגלען
פרעגלען מיינט, אריינלייגן די עסנווארג אין א הייבש ביסל אויל כדי צו פארברענען, ארט מאכן און קאכן די עסנווארג. מען פרעגלט טשיפס, שניצל א.ד.ג.
צו ארויסנעמען די בלוט פון די פלייש כדי צו כשר'ן וויבאלד עס איז פארבאטן אין די הלכה צו טרינקען בלוט.
בראטן
בראטן מיינט, פארברענען די עסנווארג אויף עכטע פייער. דאס מאכט מען אויך כדי צו ארויס נעמען די בלוט פון די פלייש אויף צו כשר'ן די פלייש אויב מען האט דאס נישט געזאלצן ביז דריי טעג נאך'ן שעחטן.
זויערן
זויערן מיינט, איינווייקן עסנווארג אין עסיק כדי צו אפהיטן די עסן אויף זייער א לאנגע צייט. ווי למשל אוגערקעס.