בית המקדש (וואס איז טייטש הייליג הויז) איז געוועזן דער ארט וואס דער אייבערשטער האט באפוילן פאר זיינע יידישע קינדער זיי זאלן מאכן פאר אים, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם - זיי זאלן מאכן פאר מיר א מקדש, און איך וועל רוען אין זיי [1], און איז געוועזן דער ארט ווו די אידן האבן געטון די עבודה (גאט'ס דינסט) פון מקריב זיין קרבנות און זינגען פאר גאט.
ביז ווען שלמה המלך האט געבויט דער בית המקדש, האבן די אידן מקריב געווען קרבנות אויף מזבחות וואס זיינען געווען צעשפרייט אין דעם גאנצן לאנד. אויך נאך וואס שלמה המלך האט געבויעט דעם בית המקדש האבן רוב מלכים איינגעפירט צו דינען גאט צודערצו אויך אין צעשפרייטע מזבחות אויסער דער בית המקדש.
לויט ספר מלכים און ספר דברים דארף מען דינען גאט נאר אין דעם בית המקדש און ס'איז פארבאטן צו דינען אין צעשפרייטע מזבחות.
די מלכים וואס האבן איינגעפירט צו דינען גאט נאר אין בית המקדש:
די תורה האט געהייסן פאר די אידן אין מדבר אז זיי זאלן בויען א הייליג הויז פאר גאט כדי ער זאל קענען רוען דארטן, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם (ספר שמות).
ווי לאנג די אידן זענען געווען אין מדבר האבן זיי גענוצט אזא פראוויזאריש פלאץ וואס מען האט גערופן דער משכן.
דער ערשטער בית ווערט אנגערופן דער בית ראשון, דאס האט געבויעט שלמה המלך אין ירושלים אויף בארג-מוריה, נאך וואס גאט האט צוגעזאגט דוד המלך אז זיין קינד וועט בויען דער בית המקדש (און נישט דוד, וויבאלד דוד האט געפירט א סך מלחמות און געגאסן פיל בלוט.[2] שלמה המלך האט געבויט דער בית המקדש אין יאר 2928 (ב'תתקכ"ח). דער בית ראשון איז געשטאנען 410 יאר.
נאך וואס שלמה המלך האט געבויעט דער ערשטער בית, אין דער זיבעטער מאנאט חג הסוכות, (לויט די ציילונג אין די תורה,) האבן די כהנים געבריינגט פון עיר דוד די הייליגע כלים, דער ארון הקודש, אוהל המשכן אא"וו צום בית המקדש. און דאן איז געשען א נס, אז דער בית איז אנגעפילט געווארן מיט א וואלקן פון גאט ”והענן מלא את בית ה'” (מלכים א' פרק ח'). אזוי ווי ס'איז געשען ווען משה רבינו האט געבויעט דער משכן ”וכבוד ה' מלא את המשכן” (שמות מ').
דער בית המקדש איז חרוב געווארן דורך נבוכדנצר דער קעניג פון בבל אין יאר 3338 (ג'של"ח). די רעליגיע סיבה פון חורבן הבית (לויט ספר מלכים) איז ווייל אזעלכע קיסרים פון מלכי יהודה האבן געזינדיקט פאר גאט און געדינט עבודה זרה (ווי מנשה).
אזוי ווערט אנגערופן דער צווייטער בית, דאס האט געבויעט עזרא הסופר אויף דעם זעלבן פלאץ ווי דער בית ראשון, אין יאר 3408 (ג'ת"ח) (ג'רמ"ד) צו וועלט באשאפונג, דאס איז געשטאנען 420 יאר און איז חרוב געווארן דורך טיטוס הרשע א רוימישע גענעראל אין יאר 3828 (ג'תתכ"ח) אין משך פון דעם גרויסן יידישן אויפשטאנד.
די זיידע פון הורדוס (זיין טאטעס טאטע איז געווען א פאלנער אדומי, וועלעכער האט זיך מגייר געווען. הורדוס האט חתונה געהאט צו א פרוי מרים וואס איז געווען פון די לעצטע רעשטלעך פון מלכות חשמונאים. ווען דער רוצח און טיראן הורדוס האט האט זיך פארעלטער און באקומען חרטה געפילן אויף זיינע רציחות, האט ער געוואלט עפעס טאן צו פארצייען אויף זיינע זינד האט ער איבערגעבויט דאס בית המקדש. און עס אנגערופן אויף זיין נאמען. די גמרא זאגט אז ווער עס האט נישט געזען בנין הורדוס האט נאכנישט געזען א שיין געביידע אין זייל לעבן.
אזוי ווערט אנגערופן דער דריטער בית, דאס איז נאכנישט געשטאנען, און עס שטייט אין גמרא () אז עס וועט אויפגעבויט ווערן פון פייער ווען משיח וועט קומען. דאס געשטאלט פונעם דריטן בית ווערט באשריבן אין ספר יחזקאל..
דאס בית המקדש איז געווען א ריזיגער הערליכער געביידע וואס מען זעהט אזאנס נישט ביזן היינטיגן טאג. ווער עס איז נאר אהין געקומען, ווער עס האט עס געזעהן, נישט קיין אונטערשייד א איד צו א גוי, איז ארויס פון התפעלות, טראץ וואס עס האבן געארבייט גאר אסאך ארבייטערס צו בויען אזא הערליכן הויז, האט עס גענומען גאנצע זיבן יאהר אויפצובויען.
עס איז גענוג אינטערשרייכן וויפל מענטשן האבן געארבעט אויפצובויען דאס הייליק הויז:
עס זענען געווען 300 הויפט ארכיטעקטערס, וואס זענען געווען די בעלי בתים אויף אנדערע 3.300 אינזשענירן, וואס האבן געזאגט פאר די איבעריקע בויערס וואס צו טועהן, סך הכל זענען די בויערס געווען 163.600 מענטשן.[3] ווען מען אנגעהויבן צו בויען האט מען צוזאמענגענומען אלע קלוגע געלערענטע קעפ וואס פארשטיין צו בויען, מען האט געברענגט נישט דווקא אידן, אפילו גוים האבן געהאלפן, אין פסוק שטייט אז שלמה המלך האט געמאכט א שותפות מיט די צידונים וואס זענען געווען באקאנט איבעראל אין קונסט פון ארכיטעקטן, און אויסהאקן שטיינער און העלצער, זיי האבן זיך מגייר געווען און האבן געהלאפן שלעפן די שטיינער און העלצער פון יער הלבנון ביז צום פלאץ פון המקדש. די אלע שטיינער און העלצער וואס מען האט דערמיט געבויט האט מען נישט צוגעפאסט אויפן הר הבית פארן באנוץ פונעם בית המקדש, דאס האבן די געלערנטע בויערס צוגעגרייט אויפן פלאץ פון ווי מען האט עס אויסגעשניטן, מיטן גרעסן מאס פונקטליכקייט, און דערנאך האט מען עס געברענגט צום מקום המקדש, אזוי אז ביים פלאץ פון בויען האט מען נישט גענוצט קיין שום אייזען און א זעג צופאסן די שטיינער, ווייל מען האט שוין אלעס צוגעפאסט פון פריער, [4] דאס ווייזט פאר פאר א קלוגע געלערנטע לייט עס האבן געארבייט ביים בויען.
ביידע בתי המקדש האט מען געבויט אויפן זעלבן פלאץ, דאס איז אין ירושלים אויף א בארג וואס הייסט די הר הבית. אין לשון תנ"ך הייסט דאס אויך בארג מוריה. דאס בארג איז די זעלבע בארג ווי אברהם אבינו האט געוואלט מקריב זיין יצחק אבינו פאר גאט (עקידת יצחק).
דאס איז געווען גרויס 11 איילן אויף 135 איילן. דא האבן געמעגט גיין סיי א ישראל, סיי א לוי, און סיי א כהן. דורך אויס די עבודה זענען געווענליך געווען דא ישראלים און לויים.
דאס איז געווען גרויס 11 איילן אויף 135 איילן (די זעלבע מאס ווי עזרת ישראל).
דאס איז געווען די פלאץ ווי די מזבח איז געשטאנען און איז געווען 32 איילן אויף 135 איילן, די רינגן (פאר שחטן די קרבנות), די זוילן (פאר שינדן די הויט) זענען געווען אלע אויף די פלאץ פון דרום צו צפון.
דאס איז געווען גרויס 22 איילן אויף 135 איילן און איז געווען די פלאץ צווישן די מזבח און די היכל. דא האט נאר א כהן געמעגט גיין, און אויך נאר ווען ער האט געדארפט גיין דא צוליב טאן די עבודה. דא האט זיך אויך געפונען די כיור.
אלעס וואס איז אינעווייניג נאכן עזרת ישראל ווערט אנגערופן עזרת כהנים, צוליב דעם וואס נאר א כהן האט דארט געמעגט גיין.
די כלים אינעם בית המקדש פון גאלד און זיבלער זענען געווען גאר אסאך וואס די כהנים האט דאס באנוצעט:ֿ
א שטיקל ליסט:
גאלדענע בעקן 20.000 טויזנט. זילבערנע בעקן 40.000 טויזנט. גאלדענע מנורות 10.000 טויזנט. גאלדענע כלים צו גיסן דערמיט וויין 80.000 טויזנט. גאלדענע לעפלעך 10.000. גאלדענע בעקן וואס מען האט דערין אריין געלייגט מעל פון די מנחות 80.000 טויזנט. די זעלבע סארט בעקן אין זילבער 160.000 טויזנט. און נאך צענדליגע טויזנטער כלים וואס מען האט דערין געמאסטן אלע מנחות און נסכים, כלים פאר די קטורת, כלים צו טראגן פייער צו און פון דעם מזבח, 200.000 טויזנט חצוצרות זילבערענע און פארשידענע כלי זמר פון אייזן, ווי אויך פערציג טויזנט טישלעך צו האלטן די אלע כלים. אט דאס אלע זענען געלעגן אין אוצרות בית ה' פון בית המקדש. [5]
עס זענען געווען טעגליכע ניסים אין די בית המקדש, צווישן זיי: