ער הייסט אן איידעלע חיה, ער איז איינער פון די שענסטע חיות מיט חן, זײַנע צוויי הערנער און זײַנע גרויסע אויגן דריקן אויס באשיידנהייט און ליבלעכקייט,
די הערשן עסן דערנער, זיי קענען זיך אויפהאלטן א לאנגע צײַט אָן וואסער וויבאלד זיי ציען ארויס וואסער פון גראָז און פון אנדערע סאָרט געוויקסן.
הניח מעותיו על קרן הצבי
דער הערש האָט א טבע אז עס פאלן אראָפּ זײַנע הערנער און ער לייגט זיי אין איינער פון די גריבער, און זיי וואקסן שפּעטער צוריק פרישע, דעריבער איינער וואָס ריזיקירט מיט געלט רופט מען אים אָן "ער האָט עס ארויפגעלייגט אויף הערנער פון א הירש", ווײַל ער וועט עס ערגעץ אנידער לייגן און מער נישט געפינען.
הערשן אין די יידישע מקורות
הערשן פארנעמען אן אָרט אלס סימבאל פון געשיקטקייט, צוליב זייער נאטור פון לויפןשנעל, אזוי ווי דער תנאיהודא בן תימא זאָגט אין די משנה: רץ כצבי... לעשות רצון אביך שבשמים.
אזוי אויך געפינען מיר אין שולחן ערוךהלכות שבת אז אויב א הערש געפינט זיך אין אן ארומגעצוימט פּלאץ, איז מען עובר אויף דעם איסורצידה ווען מען פאנגט אים שבת, וויל צוליב זײַן געשיקטקייט קען ער נאָך אנטלויפן.
Strategi Solo vs Squad di Free Fire: Cara Menang Mudah!