- דער ארטיקל דיסקוטירט די צווייטע אפטיילונג פון תנ"ך. טאמער זוכט איר מענטשן וואס האבן נבואה, זעט נביא.
נביאים איז דער נאמען פון דער צווייטער אפטיילונג פון תנ"ך, וואס איז כולל די געשיכטע פון עם ישראל אין ארץ ישראל ביז צום חורבן בית המקדש און די נבואות פון די נביאים. א נביא הייסט איינער וואס הערט און גיט איבער דאס ווארט פונעם באשעפער.
מען לייענט די הפטרה פון נביאים בציבור שבת, יום טוב און תעניתים נאך קריאת התורה.
לויטן רמב"ם, ווערן די ספרים פון תנ"ך צעטיילט אויף דריי דרגות פון קדושה וואס ווענדט זיך ווי אזוי מ'האט זיי געשריבן. משה רבינו האט געשריבן די תורה על פי ד', די ספרים פון נביאים זענען געשריבן מיט נבואה, און די ספרים פון כתובים זענען געשריבן מיט רוח הקודש.
די ספרים פון נביאים ווערן צעטיילט לויט זייער ענין:
- נביאים ראשונים, וואס איז כולל ספר יהושע, ספר שופטים, ספר שמואל און ספר מלכים. די ספרים באשרייבן די היסטאריע.
- נביאים אחרונים, וואס איז כולל ספר ישעיה, ספר ירמיה, ספר יחזקאל און תרי עשר. די ספרים אנהאלטן די נבואות וואס האבן א צוועק אויך פאר די שפעטער דורות. תרי עשר איז א ספר וואס איז כולל די נבואות פון די צוועלף נביאים: הושע, יואל, עמוס, עובדיה, יונה, מיכה, נחום, חבקוק, צפניה, חגי ,זכריה און מלאכי.
די ספרים פון נביאים
נביאים איז כולל אכט ספרים. די מסורה ווער האט זיי מחבר געווען שטייט אין דער גמרא (מסכת בבא בתרא יד-טו):
ס'איז דא תרגום פון יונתן בן עוזיאל אויף נביאים.