אין דער שילדערונג פון דעם באזוך פון די דריי מלאכים צו אברהם ווערט דערציילט: ויקח חמאה וחלב ובן הבקר אשר עשה ויתן לפניהם והוא עומד עליהם תחת העץ ויאכלו – און ער האָט גענומען פּוטער און מילך און דאָס קאַלב װאָס ער האָט געמאַכט, און האָט געגעבן פאַר זײ, און ער איז געשטאַנען איבער זײ אונטערן בוים, און זײ האָבן געגעסן. (ספר בראשית, פרק י"ח, פסוק ח').
אינעם שירת דבורה ווערט דערציילט וועגן דער באַגעגעניש פון יעל, די ווייב פון חֶבֶר הַקֵּינִי, מיט סיסרא: מים שאל, חלב נתנה; בספל אדירים הקריבה חמאה – וואסער האט ער געבעטן, מילך האט זי געגעבן; אין אַ ריזיגן גלעזל האָט זי דערלאנגט פּוטער (ספר שופטים, פרק ה', פסוק כ"ה).
"דבש וחלב תחת לשונך" (מגילת שיר השירים, פרק ד', פסוק י"א).
אין הלכה און מנהג
פון די מצוה וואס שטייט אין דער תורה דריי מאל: "לא תבשל גדי בחלב אמו" האבן חז"ל געלערנט, אז די קאָמבינאַציע פון בשר בחלב איז אסור צו קאכן, עסן און הנאה האבן. דערפון האבן אויך ארויסגעלערנט פארשידענע מפרשים פון תנ"ך, אז עס איז פאראן א מנהג כנעני און אפילו א געצנדינעריי, אין וועלכן מען האט געקאכט א ציג אין מילך.
חז"ל האבן פארבאטן חלב עכו"ם (מילך וואס א איד איז נישט געווען דערביי ביים מעלקן) צוליב מורא אז דער גוי זאל מיט אים מישן מילך פון א נישט-כשר'ע בהמה.
שבועות איז דער מנהג צו עסן מילכיגע פראדוקטן, און טייל מענטשן טוען דאס אויך חנוכה.
חז"ל זאגן אז דאס וואס מ'מעג טרינקען מילך פון א טהור'ע בהמה און חיה איז א חידוש ווייל עס איז געמאכט פון בלוט, און מען נעמט אויך פון בהמות אן שחיטה.
ס'ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך [1] אז מילך פון א טריפה'נע בהמה איז אסור צו טרינקען.