אלאסקע איז דער ניין און פערציגסטער שטאַט פון די פופציג שטאטן פון די פאראייניגטע שטאטן. זי איז דער גרעסטער שטאַט אין שטח פון די פאראייניגטע שטאטן מיט א שטח פון 570,380 קוואדראט מייל (1,477,277 קוואדראט ק"מ). זי געפונט זיך צווישן רוסלאנד אין קאנאדע, דאס הייסט אז אלאסקע איז איינע פון צוויי אמעריקאנער שטאטן וואס גרעניצט זיך נישט מיט זיין מוטער לאנד אמעריקע נאר מיט קאנאדע.
[פֿעלט אַ מקור]זייט אמעריקע האט איהר אפּגעקויפט האבן די איינוואוינער שטענדיג געוואלט מאכן אלאסקע א לאנד פאר זיך וואס זאל געהערן צו די פאראייניגטע שטאטן, אבער קאנגרעס האט קיינמאל דאס נישט געלאזט, זיי האט מורא געהאט אז צוליב איהר ערד אוצרות וועט זי אריינפאלן אין פּריוואטע הענט.
אין 1867 האט זי אמעריקע אפגעקויפט פון רוסלאנד, אלס אמעריקאנער קאלאניע. אין 1912 האט זי באקומען טעריטארישע שטאטוס, און אין יאר תשי"ט1959, ניינציג יאר שפעטער איז זי ענדגילטיג געווארן דער ניין און פערציגסטער שטאַט.
די באפעלקערונג פון אלאסקע לויטן 2020 צענזוס איז 733,391.
געאגראפיע
אלאסקע איז א לאנד פון וואסער פאלן, אייזבערג און שנייאיגע בערג שפיצן, עס געפינט זיך אין איהר אסאך וואסער צונגען דאס הייסט א ים צונג וואס דרינגט אריין אין א בערגיקער געגנט.
אויף צפון זייט פון איר שטח זענען די עסקימאסן,
אין יאר ה'תרנ"ז דרייסיג יאר נאך דעם וואס די פאראייניגטע שטאטן האט זי אפגעקויפט פון רוסלאנד, האט זיך צושפרייט א גרויסע גאלד פיבעריי, אין די קאנאנדע געגנט יוקאן איז אנטדעקט געווארן גרויסע שיכטן גאלד, און די גאלד זוכער האט אפגעמאכט אז אויך אין דער דערנעבענדיגער אלאסקע וועט מען טרעפן, דעריבער האט זיך אנגעהויבן א מאסן שטראם אין דער אלאסקע.
א דריטל פון אלאסקע איז פארגליווערט מיט אייז, דעם איבריגן חלק פראבירן די איינוואוינער צו באארבייטן. עס וואקסט אין איר גערשטן, קארטאפל גרינס. אויך אין איר ערד איז דא אסאך רייכע מינעראלן, זי איז רייך מיט גאלד, זילבער, קופער, בליי, אייזן און קוילן.